בס״ד
JewishLyrics.com is a place to view and share Jewish Lyrics for Jewish songs in one convenient place on the web. Feel free to "snoop around", comment, or request Jewish Lyrics.

Image and video hosting by TinyPic
For advertising opportunities, please email advertise@jewishlyrics.com

Wednesday, October 17, 2012

Akiva - Avraham Fried
Yiddish Gems (Volume II)


אויפ'ן פעלד דארט אויפ'ן גרינעם
מיט די שאף אונטערן שטאט
שטייט עקיבא דער שיינער פאסטאך
 .און א תפלה זאגט צו ג-ט

ער איז ארעם אפגעריסן
 און ער ווייסט נישט קיין איין אות
און פון ווייטן גייט די טאכטער
 .פון זיין רייכן בעל הבית

דער בעל הבית איז א מיליאנער
וויל נישט זיין דעם פאסטָאך'ס קיין שווער
און די מיידל
 פיין און איידל
 .אויפ'ן הארצן אזוי שווער

און דער באשעפער הערט זיין געוויין
ער געפינט ביים מיידל חן
זי ווערט זיין כלה
ס'ווייסן אלע
 .דער טאטע וויל נישט וויסן, ניין

אינדרויסן, אין מיטן ווינטער
 עס איז גרויס די קעלט אזוי
אין א שטאל אונטערן שטאט דארט
 .וואוינט די פָּארל אויפ'ן שטרוי

נישטא וואס אנטאן, נישטא וואס עסן
,אפגעפרוירן פיס און הענט
און ביים טאטן אין דער פאלאץ
 .גאלד און זילבער אויף די ווענט

ווערט געבוירן אויך א קינד
בלאזט אויף אים דער קאלטער ווינט
און עקיבא
אין דער סביבה
.ארבעט שווער און שוואך פארדינט

:שרייט זיין פרוי צו אים מיט שרעק
עקיבא ווארף עס אלץ אוועק"
טו מיך הערן
תורה לערן
".אין ישיבה פאר אוועק

ליגט א שטיין דארט לעבן ברונעם
,טוט דאס וואסער אויף עם גיין
טראפט דאס וואסער טראפ נאך טראפנס
.און עס מאכט א לאך אין שטיין

ווייכע וואסער קאן זיך מאכן
לעכער אין א הארטן שטיין
קוקט עקיבא און נעמט טראכטן
.אז דאס מיינט מען מיר אליין

ווייכע וואסער שניידט דעם שטיין
און מיין הארץ איז פלייש נישט מיין
וועלן הארטע
 רייד פון תורה
 .קענען מאכן מיר פארשטיין

און עקיבא פארט אוועק
אין א ווייטער ווייטער וועג
אין ישיבה
א פרעמדע סביבה
 .נעמט ער לערנען נעכט און טעג

ס'גיין יארן און עקיבא
 זיצט און לערנט דורכאנאנד
"און זיין נאמען ''ר' עקיבא
 .הערט זיך שוין אין גאנצן לאנד

און א דורך איז צוועלף יארן
 דורכגעלאפן אזוי שנעל
און תלמידים צוועלף טויזנט
.שטייען גרייט צו זיין באפעל

ר' עקיבא האט זיך באקלערט
און אהיים צוריק זיך געקערט
קומט אין שטעטל
קוקט אין פענסטער
.און זיין הארץ צובראכן ווערט

זעט ער ארעמקייט גאר אן א ברעג
קינדער נאקעטע א שרעק
און זיין ווייבל
,ווי א טייבל
 .פרעמדע וועש וואשט נעכט און טעג

ר' עקיבא וויל אריינגיין
,זעט ער שטייט אן אלטער איד
און ער רעדט זיך צו זיין ווייבל
".אז עס איז קיין לעבן נישט"

ס'איז דיין מאן אן עם הארץ"
,וואס ער לאזט דיר דא אליין
צוועלף יארן שוין געווארן
".און ער קומט אלץ נישט צו גיין

זאגט די פרוי: "מיר ארט נישט גאר
אבי ער זיצט און לערנט נאר
עס זאל מיר הערן
זיך נישט אומקערן
".און לערנען דארטן נאך צוועלף יאר

ר' עקיבא האט עס דערהערט
און געזען זיין פרוי איז גערעכט
אין ישיבה
אין זיין סביבה
.האט ער זיך צוריק געקערט

און אדורך איז צוועלף יארן
און ר' עקיבא דאן
א ראש ישיבה איז געווארן
.פון פיר און צוואנציק טויזנט מאן

און ער קומט צוריק אין שטעטל
דער פאראד איז זייער גרויס
ס'לויפט די גאנצע שטאט אנטקעגן
.פוסט געלאזן וואו א הויז

און ביי אים פון יעדן זייט
די שענסטע אידן פון דער צייט
די תנאים
,און עילויים
 .אנגעטאן אין פּלוש און זייד

און מען פירט אים מיט א ליד
ווי א קעניג אין דער מיט
פון די זייטן
,שמשים רייטן
.צוגיין נאווענט לאזט מען נישט

און פון הינטן, פון די לעצטע
גייט דארט ר' עקיבא'ס פרוי
אפּגעלאזן, אפּגעריסן
.אויסגעדארט איז זי אזוי

רופט זיך אן צו איר א שכנה 
",אז עס פאסט אזוי נישט גיין"
זאגט די פרוי איר, "ביי צדיקים
 ".ווי מען גייט אזוי איז שיין

און זי האט באקלערט זיך דאן
אז עס וואלט געווען א פּלאן
גיין אנטקעגן
 און זיך פרעגן
 .וואו געפינט מען דא איר מאן

זי האט זיך א ריס געטאן
און ארויס פון אויבן אן
פארן רבי'ן
שטיין געבליבן
.און עס קלאפט א צאן אן צאן

און ווי זי האט דערזען זיין פּנים
ווי ער שמייכלט צו איר זיס
איבערראשט איז זי געפאלן
.אויף דער ערד פאר זיינע פיס

לויפן צו גלייך די שמשים
און מען טרייבט איר און מען יאגט
האט דער תנא זיי בארוהיגט
:און האט הויך אזוי געזאגט

,עס איז אמת און גענוי"
ווי דער הימל קלאר און בלוי
אז פאר מיין תורה
פאר אייער תורה
".דארף מען דאנקען אט די פרוי

,זי האט געהונגערט און געשמאכט"
פיר און צוואנציק יאר געווארט
איך דאנק דיר פאטער
וואס דו האסט מיר
".צו איר אהיים צוריק געבראכט

און ווי איר פאטער האט דערוואוסט זיך
אז א תנא איז נישט ווייט
איז ער געקומען און דערציילט אים
.פון זיין איידעם ווי ער ליידט

און עס האט אים ר' עקיבא
דאן דערציילט אז דאס איז ער
און געשענקט זיך אלע עוולות
.און צעקושט זיך מיט זיין שווער

און עס האט דער רייכער שווער
דאן געלאזט א טרער נאך א טרער
האלב פערמעגן
פאר זייערט וועגן
.אפגעשריבן גלייך האט ער

און אויפ'ן קאפ א קרוין פון גאלד
מיט ירושלים אויסגעמאלט
האט ר' עקיבא
זיין פרוי דער ליבער
.אנגעטאן און אפגעצאלט

5 comments:

Anonymous said...

Translation??

Anonymous said...
This comment has been removed by a blog administrator.
Anonymous said...

You are missing a paragraph

BugsBenny36 said...

Can you specify which paragraph? According to the accompanying booklet it's all here... I will fix the sentencing structures to match, but the words are all here.

Michael Fishweicher said...

If you can get me these lyrics I'd be greatful: https://emrconsultants.box.com/s/z6isf49d5vhgpr4yrtvetvssr4m5ta34